די 11טע זומער־פּראָגראַם פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור אין פּאַריז אינעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער
פֿונעם 7טן ביזן 25סטן יולי 2025.
הײַנטיקס יאָר וועט דער זומערקורס פֿון פּאַיזער ייִדיש־צענטער פֿאָרקומען טאַקע אין פּאַריז, פֿון 7טן ביזן 25סטן יולי 2025, מיט אַ רײַכער פּראָגראַם. ווער עס וויל זיך אינטענסיוו לערנען ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור, אויף וואָסער ניוואָ דאָס זאָל נישט זײַן, וועט עס קענען טאָן אין אַ געמיטלעכער אַטמאָספֿערע, אין האַרץ פֿון פּאַריז, מיט דער הילף פֿון אַ פֿרײַנדלעכן און דערפֿאַרענעם פּערסאָנאַל, אין דער געזעלשאַפֿט פֿון אַנדערע סטודענטן פֿון דער גאַנצער וועלט.
שרײַבט אײַך גיך אײַן, די צאָל ערטער איז באַגרענעצט!