לעקציעס

קלאַריס בראָסאַר

ניװאָען 1 און 2

איך װעל לערנען עלעמענטאַרע גראַמאַטיק ניצנדיק אַן אינדוקטיװן מעטאָד, ד״ה באַזירט אױפֿן אַנאַליז פֿון קאָנקרעטע בײַשפּילן. יעדע גראַמאַטישע טעמע װעט געלערנט און איבערגעחזרט װערן דורך סטרוקטוראַלע געניטונגען און / אָדער געניטונגען באַזירט אױפן קאָמוניקאַטיװן מעטאָד. 

מאַלענאַ כינסקי

ניװאָען 1 און 3

איך װעל זיך פֿאַרנעמען מיט קאָמוניקאַציע-פֿונקציעס און מיטן װאָקאַבולאַר װאָס פּאַסט זיך צו צו פֿאַרשײדענע קאָנטעקסטן פֿון דער שפּראַך. די דאָזיקע עלעמענטן װעלן זײַן אין פֿאַרבינדונג מיט די טעמעס פֿון גראַמאַטיק, װאָס מע װעט לערנען בשותּפֿות מיט מײַנע קאָלעגינס. איך װעל אָפֿט ניצן לידער און פֿאָרשטעלן באַזונדערע קולטורעלע טעמעס.

סאָניאַ דראַטוואַ־פּינקוסאָוויטש

ניװאָען 2 און 3

ווי אן אינטעראקטיווע שפראך-לערערין, זענען די סטודענטן ביי מיר די צענטראלע מיטשפילערס אין די לעקציעס. די פארבינדונג צווישן לערער/סטודענט איז דער פרינציפ וואס פירט דאס לערנען. שמועס, דעבאטע און קורצע רעפעראטן זענען וויכטיקע מיטלען צו דערקלערן און פארשטיין די ליטערארישע , קולטורעלע טעקסטן וואס ווערן געלייענט און וואס זענען צוגעפאסט צו דער גראמאטיק וואס ווערט געלערנט אין די באזונדערע קלאסן.

אַרנאָ ביקאַר

ניװאָ 4 : די כעלעמער מעשׂיות אין דער ייִדישער ליטעראַטור און פֿאָלקלאָ

די כעלעמער מעשׂיות — אַ קאָמישע טראַדיציע וועגן די אומזיניקע האַנדלונגען פֿון נאַרישע „חכמים“ — שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ ברייטן אַרײַנגאַנג־טויער צו אַ רײַכער ריי ליטעראַרישע טעקסטן וואָס צייכענען די גאַנצע געשיכטע פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור, פֿון אײַזיק־מאיר דיקן ביז יעקבֿ גלאַטשטיינען. דער קורס וועט זיך שטיצן אויפֿן שפּראַכלעכן און ליטעראַרישן אַנאַליז פֿון טעקסטן, וואָס וועלן זײַן דער אויסגאַנגפּונקט פֿאַר דיסקוסיעס בעל־פּה און שריפֿטלעכע אַרבעטן.

ניװאָ 5 : דאָן קיכאָט אין דער ייִדישער ליטעראַטור

דאָן קיכאָט איז אַ סימבאָל פֿון דער וועלט־ליטעראַטור וואָס דאָס ייִדישע געשריבענע וואָרט האָט נישט איגנאָרירט. אָנגעהויבן פֿון מענדעלען, וואָס איין ראָמאַן זײַנער איז געצייכנט אויף דער קאַנווע פֿון סערוואַנטעסעס ווערק, און געענדיקט מיט ה.לייוויק, וואָס עטלעכע לידער זײַנע שעפּן אינספּיראַציע פֿון דער דאָן קיכאָט־געשטאַלט, וועלן מיר נאָכגיין דעם גאַנג פֿונעם שפּאַנישן ריטער אין דער ייִדישער שפּראַך. דער קורס וועט זיך שטיצן אויפֿן שפּראַכלעכן און ליטעראַרישן אַנאַליז פֿון טעקסטן, וואָס וועלן זײַן דער אויסגאַנגפּונקט פֿאַר דיסקוסיעס בעל־פּה און שריפֿטלעכע אַרבעטן.

יצחק ניבאָרסקי

ניװאָ 5, ערשטע װאָך

גרויסע פּאָעטן פֿאַר קליינע לייענערס

אַ ריי אָנגעזעענע פּאָעטעסעס און פּאָעטן האָבן געשאַפֿן מײַסטערווערק אויף ייִדיש אויך פֿאַר קינדער. אין די פֿינף לעקציעס פֿון דעם דאָזיקן ציקל וועלן מיר אַרומרעדן קינדער־לידער פֿון מחברים ווי יהואש, אליעזר שטיינבאַרג, מאַני לייב, מרים אולינאָווער, לייב קוויטקאָ, קאַדיע מאָלאָדאָווסקי און אַנדערע. מיר וועלן זיך אָפּשטעלן אויף די היסטאָרישע אומשטאַנדן פֿון זייער אַרבעט, אויף זייער שײַכות מיט דער מאָדערנער ייִדישער שול און אויף דער באַגעגעניש אין זייערע ווערק פֿון אוניווערסאַלע מאָטיוון מיט ספּעציפֿיש ייִדישע : פֿאָלקלאָר, חדר־טראַדיציע א״אַ. די לעקציעס וועלן פֿאָרקומען אין דער ערשטער וואָך פֿון דער זומער־פּראָגראַם ; די באַטייליקטע וועלן האָבן אַ ברירה אָפּצוגעבן במשך פֿון דער צווייטער וואָך אַ געשריבענע אַרבעט איבער דעם געלערנטן — אַ געלעגנהייט אַרויסצוברענגען אייגענע אויספֿירן און צו באַקומען — אויב נייטיק — אויסבעסערונגען בנוגע זייער שפּראַכבאַניץ.