נאָך מיטאָג און אין אָוונט וועלן צו שטאַנד קומען פֿאַרברענג־מסיבות, קולטור־אַקטיוויטעטן (טעאַטער אויף ייִדיש, געזאַנג, קאָכוואַרשטאַט, שפּאַצירן אין און אַרום פּאַריז), שמועסקרײַזן, הילף פֿאַר היימאַבעט אין אונדזער ביבליאָטעק, אַנדערע לערן־וואַרשטאַטן און רעפֿעראַטן.
אַ הויכפּונקט פֿון אונדזער פּראָגראַם וועט זײַן דאָס אָפּמערקן די הונדערט יאָר זינט דער גרינדונג פֿון ייִוואָ (ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט) אין ווילנע, מיט לעקציעס פֿון דרײַ פּראָפֿעסאָרן :
- הערשל גלעזער, דעקאַן פֿון מאַקס ווײַנרײַך־צענטער בײַם ייִוואָ אין ניו־יאָרק, וועגן „די אַמאָליקע פֿילאָלאָגישע סעקציע פֿונעם ייִוואָ“ ;
- דוד פֿישמאַן, פּראָפֿעסאָר פֿון הײַנטצײַטיקער ייִדישער געשיכטע אין ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר (ניו־יאָרק), וועגן „דער ייִוואָ אין דער צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה“ ;
- עליסאַ בעמפּאָראַד, געשיכטע־פּראָפֿעסאָרין אין קווינס קאַלעדזש (גראַדויִר־צענטער, ניו־יאָרק), וועגן „ייִוואָ אין די אויגן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין די 1920ער יאָרן“.