שׂכר־לימוד
פּראָגראַם אויפֿן אָרט (לעקציעס און קולטור־פּראָגראַם) : 750 אייראָס.
אויב מע האָט פֿינאַנציעלע שוועריקייטן, קען מען בעטן אַ סטיפּענדיע (זעט דאָ אונטן).
מדרגות
בײַם באַצאָלן דעם שֹכר־לימוד וועט מען בײַ אײַך בעטן אויסצוקלײַבן אַ מדרגה וואָס איז צום בעסטן צוגעפּאַסט צו אײַערע שפּראַך־קענטענישן. פֿונדעסטוועגן איז מעגלעך אַז די אָרגאַניזאַטאָרן וועלן אײַך צוטיילן צו אַן אַנדער גרופּע אויב מע וועט מיינען ס’איז נייטיק צוליב פּעדאַגאָגישע סיבות.
אויב איר ווייסט ניט וועלכע מדרגה אויסצוקלייבן, זײַט אַזוי גוט און שרײַבט אונדז אויפֿן קאָנטאַקט־פֿאָרמולאַר.
צוטריטלעכקייט
אויב איר האָט ספּעציפֿישע באַדערפֿענישן, זײַט אַזוי גוט און שרײַבט עס אונדז בײַם אײַנשרײַבן זיך אויף דער פּלאַטפֿאָרמע העלאָאַסאָ. אויב איר האָט פֿראַגעס, שרײַבט אונדז אַ בליצבריוול דורכן קאָנטאַקט־פֿאָרמולאַר.
אַנוליר־באַדינגען
אויב איר אַנולירט אײַער אײַנשרײַבונג ביזן 6טן יוני 2025, וועט מען אײַך צוריקצאָלן דאָס אײַנגעצאָלטע געלט, אַחוץ דעם אַדמיניסטראַטיוון צושטײַער פֿון 50 אייראָס. אויב איר אַנולירט נאָכן 6טן יוני 2025, וועט קיין צוריקצאָלונג שוין ניט זײַן מעגלעך.
סטיפּענדיעס
כּדי צו בעטן אַ סטיפּענדיע זײַט אַזוי גוט און שרײַבט אַ בקשה. אויב איר ווילט זיך אײַנשרײַבן אויף די מדרגות 3 – 5, דאַרף די בקשה אָנגעשריבן ווערן אויף ייִדיש.
אײַנשרײַבן זיך דורך דער וועבזײַט « העלאָאַסאָ »
איר קענט באַצאָלן פֿאַר דער אײַנשרײַבונג אויף דער וועבזײַט « העלאָאַסאָ » (די פֿאַרבינדונג געפֿינט זיך אויבן).
ווען איר וועט האַלטן בײַם צאָלן, וועט אײַך די וועבזײַט פֿאָרלייגן צוצוגעבן אַ געוויסע סומע « טרינקגעלט » וואָס אַ דאַנק דעם פֿונקציאָנירט זי. דער דאָזיקער צושטײַער, ווי אויך זײַן באַטרעף, איז אין גאַנצן פֿרײַוויליק. איר קענט בײַטן די סומע מיט דעם געהעריקן קנעפּל איידער איר ענדיקט זיך אײַנשרײַבן.
ווי זיך אײַנצושרײַבן :
שטיצן סטיפּענדיאַנטן דורך « העלאָאַסאָ »
די וועבזײַט « העלאָאַסאָ » וועט אײַך אויך פֿאָרלייגן אַ פֿרײַוויליקן צושטײַער צו שטיצן דעם פּאַריזער ייִדש־צענטער. אויב איר זײַט מסכּים בײַצושטײַערן, זאָלט איר וויסן אַז מיט דעם געלט וועט איר שטיצן סטיפּענדיאַנטן פֿון דער זומער־פּראָגראַם.